Skip to main content

לאַורעאַטן פֿונעם קאָנקורס פֿאַר ייִדיש־שפּראַכיקע דערציילונגען

די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור האָט באַשטימט די לאַורעאַטן פֿונעם ערשטן מלוכישן קאָנקורס אין ישׂראל פֿאַר ייִדיש־שפּראַכיקע דערציילונגען.

דעם הויפּטפּריז, וואָס קומט מיט אַ באַלוינונג פֿון 3,000 שקלים, באַקומט עטל ניבאָרסקי פֿאַר איר דערציילונג „בריוו צו אַ בלינדן זיידן‟.

אויפֿן צווייטן אָרט איז שירי שפּירא, די מחברטע פֿון דער דערציילונג „דרײַ אלמנות‟„דרײַ אלמנות‟ - זי באַקומט אַ באַלוינונג פֿון 1,500 שקלים.

רפֿאל האַלף האָט געוווּנען דעם דריטן אָרט פֿאַר זײַן דערציילונג „אַ בריוו דער פּאָסט‟ און ער באַקומט אַ באַלוינונג פֿון 1,000 שקלים. 

לייענט דעם פֿולן טעקסט פֿונעם אַרטיקל אין דער צײַטונג "פֿאָרווערטס".

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria