לייענזאַל

olam kria

FaceBook

נייַעס

21.12 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין אלקנה מוצאי־שבת, דעם 21סטן דעצעמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם...
5.12 קאָנצערט פֿון שמוליק נאַדל אין חדרה   דאָנערשטיק, דעם 5טן דעצעמבער 2019, 10:30 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען"...
5.11 חיה ליבֿניס פֿידל־קאָנצערט אין גן־שורק דינסטיק, דעם 5טן נאָוועמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן...
דניאלה מאוערס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו...
קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש 2019 די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין...
30.10 קאָנצערט פֿון אַנאַטאָלי ליין אין רעננה מיטוואָך, דעם 30סטן אָקטאָבער 2019, 17:00 אַ זייגער, אין דעם רעננהר קלוב פֿאַר ייִדיש "די גאָלדענע...
מרדכי דוניץ איז מער ניטאָ אין טיפֿן טרויער זײַנען מיר מודיע וועגן דעם טויט פֿונעם געטרײַעם ייִדישיסט, פֿיליאָריקן כּלל־טוער...
ביילע טראַכטענבערגס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
ייִדיש־סעמינאַר אין ווילנע פֿאַר ישׂראלדיקע סטודענטן אין יוני 2019 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר װעגן דער ייִדישער קולטור...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


hadashot iruim

די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור לאַדט אײַן אַלע אירע פֿרײַנד אױף דער פֿאָרשטעלונג פֿון תּל־אָבֿיבֿער קאַמער־טעאַטער "אל נקמות" (״גאָט פֿון נקמות״) לױט שלום אַשעס באַרימטער דראַמע, װאָס װעט פֿאָרקומען פֿונעם 20סטן ביזן 22סטן סעפּטעמבער און פֿונעם 3טן ביזן 6טן אָקטאָבער 2018.

די בילעטן מיטן סובסידירטן פּרײַז (79₪) קאָן מען באַשטעלן דורכן טעלעפֿאָן 03-6060900, צוגאָב־ציפֿער 1 אָדער 2, אָנװײַזנדיק דעם ספּעציעלן קאָד פֿאַרן ראַבאַט - 2319.

די גענױע רשימה פֿון די פֿאָרשטעלונגען געפֿינט זיך אױפֿן װעבזײַטל.

ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור

אליגון, עפרה: אַ דאַמע מיט בלומען ("גברת עם פרחים")

ווייצמאַן, זיסי:  אַ פֿריילעכער רעגן  ("גשם שמח")

טאַוב, ירמיהו־אהרן: אַ מויז צווישן וואַקלדיקע וואָלקן־קראַצערס ("עכבר בין מגרדי-שחקים")

טושעוויצקי, מאערק: פֿון ביידע זײַטן שפּיגל ("משני צדדיו של ראי")

כּנר, צבֿי־הערשל: דער קלאָון פֿון אוישוויץ  ("הליצן מאושוויץ")

נעקראַסאָוו, ישׂראל: אָפּגעברענטע שטעט ("ערים שרופות")

פֿעלזענבאַום, מיכאל: ביאָגראַפֿיע פֿון אַ סענטימענטאַלער לבֿנה ("קורות חייו של ירח סנטימנטלי")

קאָטלערמאַן, בערל: דער סוד פֿון װײַסע בערן ("סוד דובי הקוטב")

קאַרלאָוו, באָריס: אָנגעצויגענע סטרונע ("מיתר מתוח")

בעריכת וועלוול טשערנין, מיכאל פֿעלזנבאַום, וואַלערי דימשיץ, דובֿ־בער קערלער: אַ רינג, אַנטאָלאָגיע – ייִדישע פּאָעזיע. דער נאָכן־חורבן־דור ("חוליה - אנתולוגיה של שירה ביידיש")  

                                                          

 ה. לייוויק פֿאַרלאַג

אדם, רזיה: קיצלען און לאַכן ("לגרד ולצחוק")

אלקלעי־גוט, קרן: ירושה

בליט, לייזער: ניטאָ קײן כּוח צו פֿאַרגעסן ("אין כוח לשכוח")

באַסמאַן בן־חיים, רבֿקה: דער שמייכל פֿון אַ בוים ("חיוכו של עץ")

באַסמאַן בן־חיים, רבֿקה: אייביקע וועגן ("דרכים נצחיות")

גאָרשמאַן, שירה: אין די שפּורן פֿון "גדוד העבודה" ("בעקבות גדוד העבודה")

גלאי, דניאל: דרײַ פּיעסעס ("שלושה מחזות")

וואַסערמאַן, ליובע: בײַם ים און בײַם טײַך ("ליד הים וליד הנהר")

וויגאַנד, חיקע־ברוריה: כּלת־בראשית און אַנדערע לידער ("כלת בראשית ושירים אחרים")

חייט, משה־דוד: די פֿונקען פֿון פֿײַער ("הניצוצות מהאש")

טשערנין, וועלוול:אַרבע־כּנפֿות - לידער ("ארבע כנפות" – שירים)

ליינוואַנד, מיכאל: יצירות ווקליות לשירה של אנה מרגולין

מאירקעוויטש, אַבֿרהם: אויף דער עלטער ("לעת זקנה")

 

אַנדערע

גורי, יוסף: ווען לאַכט אַ ייִד ("מתי יהודי צוחק")

לוין (לעװין), רות: ציגעלע־מיגעלע ("ציגלה מיגלה")

מולודובסקי, קדיה (מאָלאָדאָװסקי, קאַדיע) / שומרוני, אמיר - תרגום ועריכה: לילות חשון. שירים

מר (מער), בני: חרוזים שחורים - תרגום ספרו של א. סוצקבר "שוואַרצע קרעלן"

פֿעלזנבאַום, מיכאל: אַ שאָטן בײַם פֿענצטער ("צל ליד החלון")  

קאַן, נפֿתּלי הערץ: פֿאַרשריבן אין זכּרון

רובינשטיין, בלהה: צימוקים ושקדים

שפּיגלבלאַט, אַלכּסנדר: די שקיעה פֿון אַ רעגן־בויגן ("שקיעתה של קשת")

משיב הרוח: "גבוה מן הפחד אשיר" – אסופה דו-לשונית: כתב עת לשירה יהודית ישראלית מאה שנות שירה ביידיש

ספרות ערבית וספרות יידיש: שירה, פרוזה, מסות תרגומים

דער פֿילם "שװאַרצער האָניק - אַבֿרהם סוצקעװערס לעבנס־געזאַנג" ("דבש שחור – שירת חייו של אברהם סוצקבר"), געשאַפֿענער פֿונעם רעזשיסער אורי ברבש מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, װעט דעמאָנסטרירט װערן אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן קינאָ־פֿעסטיװאַל אין ירושלים דעם 1טן אויגוסט 2018. 

נאָך פּרטים באַקומט מען אויפֿן וועבײַטל.

זומער 2018 וועלן אויף דרײַ קאָנטינענטן פֿאָרקומען קורסן און וואַרשטאַטן פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור. זייער געאָגראַפֿיע איז כּולל תּל־אָבֿיבֿ, ווילנע, וואַרשע, ווײַמאַר, פּאַריז, לאָנדאָן, די שטאָט ניו־יאָרק, אַשאָקאַן (קעטסקילס, דער שטאַט ניו־יאָרק) און אַמהערסט (מאַסאַטשוסעטס).

כּדי צו זען דעם פֿולן טעקסט, קוועטשט אָן דאָ

שוין אין משך פֿון 4 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

איצט פּובליקירן מיר די מאַגיסטער־אַרבעט, צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַט יצחק פֿוקס פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. די טעמע איז "מעדיצינישע זשורנאַלן אויף ייִדיש אין מזרח־אייראָפּע". כּדי צו זען דעם פֿולן טעקסט, קוועטשט אָן דאָ.

אינעם חודש יולי 2018סטן יאָר וועט אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט פֿאָרקומען דער יערלעכער ייִדישער שפּראַך־קורס אויפֿן נאָמען פֿון נעמי פּראַווער־קאַדאַר.

praver.he

 

praver.en

פֿון סוף מאַי ביזן סוף יוני 2018 וועט אין ירושלים און אין ווילנע פֿאָרקומען אַ סעמינאַר וועגן דער ייִדישער קולטור "ירושלים דליטא", אָרגאַניזירט פֿונעם מעמאָריאַל־צענטער "יד־ושם" בשותּפֿות מיטן אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.

די אָפּטיילונג פֿאַר פֿאַראייביקונג און קהלישע פֿאַרבינדונגען פֿונעם "יד־ושם" לאַדט אײַך אײַן צו דער דאָזיקער פֿאַרכאַפּנדיקער אימפּרעזע. מער פּרטים קאָן מען באַקומען אויפֿן וועבזײַטל.

דער ישׂראלדיקער פֿאַראיין פֿון קאַריקאַטורן־ און קאָמיקסן־שעפֿערס, מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, לאַדט אײַן די קינסטלערס צו באַטייליקן זיך אין דער קינפֿטיקער אויסשטעלונג פֿון קאַריקאַטורן און קאָמיקסן "ייִדישפּיץ!".

עס וועלן אָנגענומען ווערן שאַפֿונגען, וועלכע דריקן אויס אַ שאַרפֿזיניקע הײַנטצײַטיקע באַנעמונג פֿון יצירות און געשטאַלטן פֿון ייִדישע ליטעראַטור, טעאַטער און פֿאָלקלאָר. די אויסגעוויילטע װערק וועלן פּובליקירט ווערן אין אַ צוויישפּראַכיקן קאַטאַלאָג (ייִדיש/העברעיִש).

מאָנטיק, דעם 9טן אַפּריל 2018, 20:00 אַ זייגער, אינעם אורי־צבֿי־גרינבערג־הויז (יפֿו־גאַס 34 ירושלים) וועט פֿאָרקומען אַ מוזיקאַליש־דראַמאַטישע פֿאָרשטעלונג פֿון רות לעווין נאָך אַבֿרהם סוצקעווערס דערציילונג "יאַנינאַ און די חיה", געווידמעט די טראַגישע געשעענישן אין דער ווילנער געטאָ. 

דער פּרײַז איז סימבאָליש: 20 שקלים.

yanina2018 page 001

די צוויישפּראַכיקע לידער־זאַמלונגען "כּלת־בראשית און אַנדערע לידער" פֿון חיקע ברוריה װיגאַנד (די זעלביקע יצירות דערשײַנען אין איינעם אַ בוך פּאַראַלעל אויף ייִדיש און אױף העברעיִש, אין אַן אנדערן - אויף ייִדיש און ענגליש) זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם יאָר 2018 אין תּל־אָבֿיבֿ, אינעם ה. לייוויק־פֿאַרלאַג, מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

כּדי צו לייענען די ביכער אַױפֿן קאָמפּיוטער־עקראַן, קוועטשט אָן: ייִדיש/העברעיִש; ייִדיש/ענגליש.

די לידער־זאַמלונג "ירושה" פֿון קרן אלקלעי־גוט אויף ייִדיש און אױף העברעיִש (פּאַראַלעלע טעקסטן) איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם יאָר 2018 אין תּל־אָבֿיבֿ, אינעם ה. לייוויק־פֿאַרלאַג, מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

כּדי צו לייענען דאָס בוך אַױפֿן קאָמפּיוטער־עקראַן, קוועטשט דאָ אָן.

פֿונעם 6טן ביזן 10טן אויגוסט 2018 וועט אין טשערנאָוויץ (הײַנט אוקראַיִנע) פֿאָרקומען אַ וויסנשאַפֿטלעכע קאָנפֿערענץ וועגן ייִדישער שפּראַך און קולטור. זי ווערט אָרגאַניזירט אין דער זעלבער שטאָט וווּ אינעם יאָר 1908 איז פֿאָרגעקומען די היסטאָרישע טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך.

czernowitz conference

כּדי אויסצוקלערן די פּרטים, קוועטשט דאָ אָן.

דאָס בוך אויף העברעיִש וועגן ייִדיש "צימוקים ושקדים" (ראָזשינקעס מיט מאַנדלען) איז דערשינען אינעם פֿאַרלאַג "ידיעות אחרונות" מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

די דאָזיקע זאַמלונג פֿון די "פּערל" פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר איז צונויפֿגעשטעלט, איבערגעזעצט און קאָמענטירט פֿון בלהה רובינשטיין.

אַ נײַ בוך פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום "ביאָגראַפֿיע פֿון אַ סענטימענטאַלער לבֿנה" איז אַרױס מיט דער הילף פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דאָס בוך "טעאַטראַלישע הומאָרעסקעס" פֿון רזיה אָדם איז דערשינען אין תּל־אָבֿיבֿ, אינעם ה. לייוויק־פֿאַרלאַג, מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

כּדי צו לייענען דאָס בוך אַױפֿן קאָמפּיוטער־עקראַן, קוועטשט אָן דאָ.

דאָס איז אַן אַרטיקל װעגן דער שױשפּילערין ליאַ קעניג (די לאַורעאַטין פֿונעם פּרײַז פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור) אין דער צײַטונג "כּלכּליסט" פֿונעם 26סטן נאָװעמבער 2017

kenig1lir

kenig2lir

bar

luden

דער ייִדישער זשורנאַליסט און שריפֿטשטעלער יצחק לודען איז נפֿטר געוואָרן דעם 4טן נאָוועמבער 2017 אין עלטער פֿון 95 יאָר.

ער איז זוכה געװען צום פּרײַז פֿאַרן לעבנסװעג פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור אין יאָר 2016.

 כּבֿוד זײַן אָנדענק!

אַן אָנדענק־אַקאַדעמיע וועט פֿאָרקומען פֿרײַטיק, דעם 10טן נאָוועמבער, 11:00 אַ זייגער אין דער פֿרי, אין אַרבעטער־רינג, אױף קאַלישער־גאַס 48 ת"א, טעל. 03-5176764.

די משפּחה זיצט שבֿעה זינט 06.11.2017 אין דער היים אויף עמישבֿ־גאַס 71 גבֿעתיים צווישן די שעהן 13:00-10:00 און 21:00-17:00.

 

poster

אינעם לערניאָר 2018-2017, פֿונעם 7טן נאָוועמבער 2017 ביזן 29סטן מאי 2018, וועט תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט דורכפֿירן אַ ציקל לעקציעס אױף העברעיִש וועגן די קולטורן, וואָס זײַנען באַשאַפֿן געוואָרן אויף די שפּראַכן ייִדיש און לאַדינאָ (דשודעזמאָ, דשודעאָ־ספּאַניאָל).

די באַגעגענישן וועלן פֿאָרקומען אַלע דינסטיק צווישן 18:15 און 19:45 אַ זייגער אינעם זאַל "פֿאַסטליכט". זעט די גענויע פּראָגראַם און נאָך פרטים אויף דער בײַגעלײגטער אַפֿישע.

זיך פֿאַרשרײַבן קאָן מען דורכן טעלעפֿאָן 03-6405400. די פֿרײַנד פֿון דער אינסטאַנץ קאָנען באַקומען אַ ראַבאַט פֿאָרשטעלנדיק דעם קאָד 1001.

motkeganev

אין אָקטאָבער - דעצעמבער 2017 ווײַזט תּל־אָבֿיבֿער טעאַטער "בית־ליסין" די פֿאָרשטעלונג "מלך הכלבים" ("דער מלך פֿון הינט"), באַזירט אויף שלום אַשס ראָמאַן "מאָטקע גנבֿ". רעזשיסאָר – עירד רובינשטיין.

די ספּעקטאַקלען קומען פֿאָר אינעם ארץ־ישׂראל־מוזיי אין רמת־אָבֿיבֿ. זעט די גענויע רשימה אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם טעאַטער. די בילעטן קאָן מען באַשטעלן דורכן טעלעפֿאָן 03-7255333, אָנווײַזנדיק דעם קאָד פֿון דער אַקציע: 5680, וואָס דערמעגלעכט צו באַקומען אַ וועזענטלעכן ראַבאַט: 69 שקלים אָנשטאָט 200-220.

bleyvik12aug