"די גאָלדענע פֿעדער" - אַ נײַ קינדערבוך פֿון בני מער
עס איז אַרויס בני מערס נײַ בוך "נוצת הזהב" / "די גאָלדענע פֿעדער" וועגן אַװאַנטורעס פֿון דער גאָלדענער פּאַװע - דעם באַקאַנטן סימבאָל פֿון דער ייִדישער קולטור.

די מעשׂה איז באַגלייט מיט ווערטער אויף ייִדיש און אַ צוויישפּראַכיקן ווערטערביכל.
דאָס בוך איז אילוסטרירט פֿון יעל אַלבערט. עס קאָן זײַן אַ גוטע מתּנה פֿאַר אייניקלעך אויף פּסח.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










