לייענזאַל

olam kria

FaceBook

נייַעס

21.12 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין אלקנה מוצאי־שבת, דעם 21סטן דעצעמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם...
5.12 קאָנצערט פֿון שמוליק נאַדל אין חדרה   דאָנערשטיק, דעם 5טן דעצעמבער 2019, 10:30 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען"...
5.11 חיה ליבֿניס פֿידל־קאָנצערט אין גן־שורק דינסטיק, דעם 5טן נאָוועמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן...
דניאלה מאוערס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו...
קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש 2019 די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין...
30.10 קאָנצערט פֿון אַנאַטאָלי ליין אין רעננה מיטוואָך, דעם 30סטן אָקטאָבער 2019, 17:00 אַ זייגער, אין דעם רעננהר קלוב פֿאַר ייִדיש "די גאָלדענע...
מרדכי דוניץ איז מער ניטאָ אין טיפֿן טרויער זײַנען מיר מודיע וועגן דעם טויט פֿונעם געטרײַעם ייִדישיסט, פֿיליאָריקן כּלל־טוער...
ביילע טראַכטענבערגס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
ייִדיש־סעמינאַר אין ווילנע פֿאַר ישׂראלדיקע סטודענטן אין יוני 2019 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר װעגן דער ייִדישער קולטור...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


hadashot iruim

די ביכער, װאָס זענען אַנומלט אַרױסגעגעבן געװאָרן מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור:

שװאַרצע קרעלן - אַבֿרהם סוצקעווערס פּאָעטישע און פּראָזאַיִשע ווערק איןנײַע העברעיִשע איבערזעצונגען פֿון בני מר.סוצקעווער איז איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע שרײַבערס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. זעט נאָך פּרטים אויפֿן וועבזײַטל.

אין די שפּורן פֿון "גדוד העבודה" (אַרבעטס־בריגאַדע) – אַ זאַמלונג פֿון שירה גאָרשמאַנס דערציילונגען אויף ייִדיש באַגלייטע מיט העברעיִשע איבערזעצונגען. די שרײַבערין האָט געלעבט און געשאַפֿן אין דער געוועזענער מאַנדאַט־פּאַלעסטינע, אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין מדינת־ישׂראל. דאָס בוך איז אַרױסגעגעבן געוואָרן אינעם ה. לייוויק־פֿאַרלאַג, פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל.

gorshman

gorwman

"אין געוועב" – אַ דיגיטאַלער זשורנאַל וועגן ייִדישער שפּראַך און קולטור – איז עטאַבלירט געוואָרן פֿון אַ גרופּע יונגע אַמעריקאַנער ייִדיש־פֿאָרשערס.

צווישן זייערע צילן: פֿאָרזעצן די אַלטע טראַדיציעס און אויפֿמאַכן נײַע וויסנשאַפֿטלעכע און קולטורעלע האָריזאָנטן אויף דעם דאָזיקן געביט.

דער וועב־אַדרעס פֿונעם זשורנאַל: https://ingeveb.org

zaritt

איינער פֿון די גרינדער, ד"ר שאול־נועם זאַריט פֿונעם וואַשינגטאָן־אוניווערסיטעט אין דער שטאָט סענט־לויִס.

אַ דאָקומענטאַלער פֿילם אויף העברעיִש "רנסנס יידישאי" (ייִדישער רענעסאַנס), געווידמעט דעם ווידעראויפֿקום פֿון מאַמע־לשון אין ישׂראל און אין אויסלאַנד, איז פּרעזענטירט געוואָרן אין אויגוסט 2015 אויפֿן 98סטן קאַנאַל פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע.

אינעם פֿילם האָבן זיך באַטייליקט אַקטיאָרן מײַק בורשטיין און ענת עצמון, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי און אַנדערע קולטור־טוערס. זעט נאָך פּרטים אויפֿן וועבזײַטל.

דעם 8טן סעפּטעמבער 2015 האָט זיך אין קיִעוו געעפֿנט איינער פֿון די פּאָפּולערסטע טעאַטער־פֿעסטיוואַלן אין אוקראַיִנע — "די בלאָנדזשענדע שטערן".

דער פֿעסטיוואַל לכּבֿוד שלום־עליכם נעמט אַרײַן טרופּעס פֿון 19 לענדער, וואָס שפּילן אויף 10 שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ייִדיש. לייענט דעם אַרטיקל אין דער צײַטונג "פֿאָרווערטס".

yom iyun

ד"ר אשר פּורת (קאַרלאָס פּערלמאַן), אַ געװעזענער פֿאָרזיצער פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, איז דעם 20סטן יולי 2015 נפֿטר געװאָרן אין עלטער פֿון 80 יאָר.
יאָרנלאַנג האָט ד"ר פּורת געדינט אין דער ישׂראלדיקער אַרמײ אַלס אַ מיליטערישער דאָקטער. אין 1968 האָט ער זוכה געװען צו דער גבֿורה־אױסצײכענונג פֿאַר זײַן העלדנמוט בעת דער שלאַכט אינעם ירדנישן דאָרף קאַראַמע.

Asher Porat

וילנה בתרבות היידיש

דער ייִדישער פֿאָלקסזינגער און אַקטיאָר טעאָדאָר ביקעל, באַזונדערס באַרימט פֿאַר זײַן ראָלע ווי טבֿיה דעם מילכיקער אין „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, איז געשטאָרבן דעם 21סטן יולי 2015 אין עלטער פֿון 91 יאָר אין לאָס־אַנדזשעלעס.

לייענט אַרטיקלען וועגן אים אויף ייִדישהעברעיִש און ענגליש.

TheodoreBikel630

דינסטיק, דעם 21סטן יולי,איז אינעם תּל־אָבֿיבֿער קולטור־צענטער "יונג ייִדיש" (די נײַע צענטראַלע אויטאָבוסן־סטאַציע, לעווינסקי־גאַס 108, צימער 5008) פֿאָרגעקומען אַ קלעזמאָרים־קאָנצערט. עס האט ארויסגעטראטן "די גאַסן-טריִאָ". נאָך פּרטים אויפֿן וועבזײַטל.

gasn3

די ‏ייִדיש־ליגע און ייִוו"אָ לאַדן אײַן אויף דער יערלעכער אָנדענק־אַקאַדעמיע לכּבֿוד דעם אָנגעזעענעם ‏ייִדיש־טוער ד"ר מרדכי שעכטער און זײַן פֿרוי טשאַרנע שעכטער ע"ה. די אימפּרעזע וועט פֿאָרקומען אויף ייִדיש זונטיק, דעם 12טן יולי, 13:00 אַ זייגער אינעם ייִוו"אָ־ביוראָ אין מאַנהעטן.

עס נעמען אָנטייל: ד"ר בנימין מאָס, ד"ר איציק גאָטעסמאַן, די זינגערין זשעניע לאָפּאַטניק א"אַ. דעם פֿאָרזיץ פֿירט ד"ר הערשל גלעזער. אַרײַנגאַנג פֿרײַ; פּלעצער באַשטעלט מען דורכן וועבזײַטל

דער פֿערטער יערלעכער פֿעסטיװאַל פֿון נײַער ייִדישער מוזיק "ייִדסטאָק" קומט פֿאָר אינעם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט (מאַסאַטשוסעטס) פֿונעם 16טן ביזן 20סטן יולי 2015. זעט די פּרטים (אויף ענגליש) אױפֿן װעבזײַטל.

אײן יאָר נאָכן ווערן געצװוּנגען, צוליב די געשאַפֿענע אומשטאַנדן, צו שליסן די צייַטשריפֿט "לעבנס־פֿראַגן" - די לעצטע געדרוקטע ייִדיש־אויסגאַבע אין מדינת־ישׂראל, - האָט איר רעדאַקציע באַשלאָסן צו באַנײַען די אױסגאַבע אין דער עלעקטראָנישער פֿאָרעם.

באַזוכט דאָס וועבזייַטל פֿון דער צייַטשריפֿט. דער הויפּט-רעדאַקטאָר יצחק לודען וואַרט אויף די לייענערס אָפּרופֿן.

די זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור א"נ פֿון אוריאל וונרך, אָרגאַניזירט פֿון דער ייִוו"אָ און דעם קאָלעדזש "באַרד", קומט פֿאָר אין ניו־יאָרק פֿונעם 29סטן יוני ביזן 7טן אויגוסט 2015. די רטים זענען דאָ. 

אין דער אוניווערסיטעט פֿון שיקאַגאָ לערנט מען ייִדיש פֿונעם 22סטן יוני ביזן 10טן יולי און פֿונעם 13טן ביזן 31סטן יולי. כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט דאָס וועבזטל.

דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיװאַל פֿון דער ייִדישער קונסט איז פֿאָרגעקומען אין ניו־יאָרק פֿונעם 14טן ביזן 21סטן יוני 2015. זעט מאַטעריאַלן וועגן דעם אין דער צײַטונג ״פֿאָרװערטס״ ( 5  1 2 3 4 ) און אויפֿן ענגלישן וועבזײַטל

אַן אונגערישער פֿילם װעגן דעם חורבן "שאולס זון" מיט דער באַטײליקונג פֿונעם ישׂראלדיקן אַקטיאָר און פּעדאַגאָג, גרינדער פֿונעם קולטור־צענטער "יונג ייִדיש" מענדי כּהנא האָט זוכה געװען צום גרױסן פּרײַז (גראַן פּרי) פֿונעם קינאָ־פֿעסטיװאַל אין קאַן (פֿראַנקרײַך).

אין דעם־אָ אינטערװיו (אױף ענגליש) דערצײלט מענדי, צװישן אַנדערן, װי אַזױ ער האָט געלערנט די אַנדערע אַקטיאָרן רעדן ייִדיש.

דער ווילנער ייִדישער אינסטיטוט בײַם ליטווישן אוניווערסיטעט לאַדט אײַן תּלמידים פֿון אַלע עלטערס און ניוואָען אויפֿן זומער־קורס, וואָס קומט דאָרט פֿאָר זינט 1998. הײַיאָר ווערט ער דורכגעפֿירט פֿונעם 19טן יולי ביזן 14טן אויגוסט. זעט פּרטים אויפֿן וועבזײַטל.

די אַכטע זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור וועט פֿאָרקומען אין פּאַריז פֿונעם 20סטן יולי ביזן 7טן אויגוסט 2015 אונטער דער פּעדאַגאָגישער אָנפֿירונג פֿונעם פּראָפֿעסאָר יצחק ניבאָרסקי. כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט דאָס וועבזײַטל און לייענט אַן אינטערוויו מיט פּראָפֿ. ניבאָרסקי.

דער 13טער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדיש־סעמינאַר, אָרגאַניזירט פֿון דער ייִדיש־פּױלישער פֿונדאַציע "שלום", קומט פֿאָר אין וואַרשע פֿונעם 29סטן יוני ביזן 17טן יולי. זעט די פּרטים.

דעם־אָ זומער זענען ייִדישע קורסן און קלעזמערס־אימפּרעזעס פֿאַראַן אין לאָנדאָן (9 – 14־טער אויגוסט) און ווײַמאַר (18טער יולי – 16טער אויגוסט(