צוויישפּראַכיקע לידער־זאַמלונגען פֿון חיקע ברוריה וויגאַנד
די צוויישפּראַכיקע לידער־זאַמלונגען "כּלת־בראשית און אַנדערע לידער" פֿון חיקע ברוריה װיגאַנד (די זעלביקע יצירות דערשײַנען אין איינעם אַ בוך פּאַראַלעל אויף ייִדיש און אױף העברעיִש, אין אַן אנדערן - אויף ייִדיש און ענגליש) זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם יאָר 2018 אין תּל־אָבֿיבֿ, אינעם ה. לייוויק־פֿאַרלאַג, מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
כּדי צו לייענען די ביכער אַױפֿן קאָמפּיוטער־עקראַן, קוועטשט אָן: ייִדיש/העברעיִש; ייִדיש/ענגליש.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










