די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין אַ שפּאָגל נײַער און שפּאַנענדער אונטערנעמונג, דהײַנו – קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש. דער קאָנקורס װערט געמאָלדן פֿאַר די בירגער און תּושבֿים פֿון מדינת־ישׂראל, װעלכע האָבן דערװײַל קײן מאָל נישט פּובליקירט זײערע װערק, אָדער האָבן יאָ פּובליקירט ניט מער װי אײן בוך אױף ייִדיש.
תּנאָים פֿונעם קאָנקורס
איין דערצײלונג, װאָס איז נאָך ניט געװען געדרוקט, דאַרף באַשטײן פֿון 3000 װערטער, אָן אַ באַגרענעצונג פֿון סטיל און זשאַנער. צום קאָנקורס װעט זײַן גערופֿן אַ בכּבֿודיקע זשורי, װעלכע װעט אױסקלײַבן זײַנע געװינער. די מחברים פֿון דרײַ דערצײלונגען, װעלכע װעלן באַשטימט װערן װי די בעסטע לױט דער מײנונג פֿון דעם זשורי, װעלן זוכה זײַן צו די פּרײַזן: ס'ערשטע אָרט – 3000 שקלים; ס'צװײטע אָרט – 1500 שקלים; ס'דריטע אָרט – 1000 שקלים.
דער לעצטער טערמין פּון צושטעלן אַ דערצײלונג אױפֿן קאָנקורס איז מיטוואָך 21.8.2019, 23:59 אַ זײגער.
כּדי צו באַקומען די תּקנות פֿונעם קאָנקורס, אײַנרעכנדיק די פּרטים פֿון איבערצושיקן די דערצײלונגען, די נאָרמעס און קריטעריעס פֿון אָפּשאַצן די קינסטלערישע װערק אאַ"װ, װענדט זיך ביטע אין ביוראָ פֿון דער אינסטאַנץ דורך דעם בליצפּאָסט־אַדרעס.