5.6 אין תּ"אָ – אָוונט לכּבֿוד דעם דערשײַנען פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס בוך
דינסטיק, דעם 5טן יוני 2018, 5 אַ זייגער נאָך מיטאָג, אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט (ראָזענבערג־געבײַדע) וועט פֿאָרקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט לכּבֿוד דעם דערשײַנען פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס לידער־בוך ״לילות חשון״, איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף העברעיִש אונטער דער רעדאַקציע פֿון אמיר שומרוני.
דאָס אַרויסגעבן דאָס בוך איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











