20.2 אָוונט לזכר נחמה ליפֿשיץ אין תּל־אָבֿיבֿ

דינסטיק, דעם 20סטן פֿעברואַר 2018, 19:30 אַ זייגער, אינעם לאָקאַל "צוותא 3" (אבן־גבירול־גאַס 30, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַן אָנדענק־אָוונט לכּבֿוד דער גרויסער ייִדישער זינגערין נחמה ליפֿשיץ (1927 – 2017).
עס וועלן זיך באַטייליקן דער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿונעם ניו־יאָרקער טעאַטער "פֿאָלקסבינע" זלמן מלאָטעק, די זינגערין רעות בן־זאבֿ, דער פֿידלער פּאַוועל לעווין, דער קלאַרנעטיסט יעקבֿ יאַכנין, דער קאָנטראַבאַסיסט סטאַס באַולין און די תּלמידים פֿון דער קונסט־סטודיע פֿונעם ייִדישן ליד, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ.
בײַם קלאַוויר – די איצטיקע דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע און די רעזשיסערין פֿונעם אָוונט, רעגינע דריקער.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
אויסקלערן די פּרטים און באַשטעלן בילעטן קאָן מען דורכן טעלעפֿאָן 03-6950156.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











