2.1 קאָנצערט פֿון פּאָלינע בעלילאָװסקי אין ראשון־לציון
דינסטיק, דעם 2טן יאַנואַר 2018, 10:30 אַ זייגער, אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין פּאָלינע בעלילאָװסקי.
נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 054-4502447, 054-5200945.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











