18.12 תּלמידות פֿון דער קונסט־סטודיע זינגען אין חדרה
מאָנטיק, דעם 18טן דעצעמבער 2017, 17:00 אַ זייגער, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש (ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די תּלמידות פֿון דער קונסט־סטודיע, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ ע"ה: אַדע פּאַשאַיעװ און ראָזע קליין. בײַם קלאַוויר – דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע, רעגינאַ דריקער.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 04-6226943, 054-5870032.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











