7.11 מוזיקאַליש־טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונג אין ראשון־לציון
דינסטיק, דעם 7טן נאָוועמבער 2017, 10:30 אַ זייגער, אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ מוזיקאַליש־טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונג " פֿונעם שטעטל קיין אַמעריקע".
עס באַטייליקן זיך די זינגערין יוליאַ שמיט־ביכאָווסקי, זינגערין־פּיאַניסטין סוועטלאַנאַ קוסיאַטאָוואַ, ווי אויך דער לייטער און שפּילער אויף בלאָז־אינסטרומענטן ירון ביכאָווסקי. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











