19.10 אין תּל־אָבֿיבֿ - אָוונט לזכר נחמה ליפֿשיץ
דאָנערשטיק, דעם 19טן אָקטאָבער 2017, 19:30 אַ זייגער, אינעם תּל־אָבֿיבֿער קולטור־צענטער "ענבֿ" איז פֿאָרגעקומען אַן אָנדענק־אָוונט לכּבֿוד דער גרויסער ייִדישער זינגערין נחמה ליפֿשיץ (1927 – 2017).

עס האָבן זיך באַטייליקט דער בירגערמײַסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ רון חולדאי, די מיניסטאָרין פֿון עליה און אַבסאָרבציע סאָפֿע לאַנדווער, דער אַמבאַסאדאַר פֿון ליטע אין ישׂראל עדמינאַס באַגדאַנאַס און אַנדערע חשובֿע געסט.
די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
בילדער פֿונעם אָנדענק־אָוונט
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325













