ייִדישקייט־סוכּות אינעם תּל־אָבֿיבֿער האַפֿן
פֿונעם 7טן ביזן 11טן אָקטאָבער 2017, לכּבֿוד דעם יום־טובֿ סוכּות, וועט דער קולטור־צענטער "לייוויק־הויז" אָרגאַניזירן שעפֿערישע אַקטיוויטעטן מיטן ייִדישקייטס־טעם - מוזיקאַלישע, טעאַטראַלע, מאָלערישע - אין דער גרויסער סוכּה לעבן אַלטן תּל־אָבֿיבֿער האַפֿן. די פּראָגראַם ווערט דורכגעפֿירט אין צוזאַמענאַרבעט מיטן "בית תּפֿילה ישׂראלי" און געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











