8.11 לעקציע־קאָנצערט פֿון ד"ר יושקאָווסקי און מ. יעקובאָוויטש אין תּ"אָ
מיטוואָך, דעם 8טן נאָוועמבער 2017, 11:00 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ לעקציע־קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער, אױסגעפֿירט פֿון דער זינגערין מאַרינאַ יעקובאָוויטש, קאָמענטירט פֿון ד"ר מרדכי יושקאָווסקי.
נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ קולטור.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











