14.9 פּרעזענטאַציע פֿונעם קאָמפּאַקטל אין תּל־אָבֿיבֿ
דאָנערשטיק, דעם 14טן סעפּטעמבער 2017, 19:30 אַ זייגער, אינעם תּל־אָבֿיבֿער קולטור־צענטער "יונג ייִדיש" (די נײַע צענטראַלע אויטאָבוסן־סטאַציע, לעווינסקי־גאַס 108, סטודיאָ 5008) וועט פֿאָרקומען אַ פֿײַערלעכע פּרעזענטאַציע פֿונעם קאָמפּאַקטל מיט לידער פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חײם, אױסגעפֿירט פֿון דער קאָמפּאָזיטאָרין און זינגערין יעל איצקאָװיטש.
נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764 און אויפֿן וועבזײַטל.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











