12.9 טרעפֿונג מיט שמואל עצמון אין ראשון־לציון
דינסטיק, דעם 12טן סעפּטעמבער 2017, 10:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ טרעפֿונג מיטן אַקטיאָר און רעזשיסאָר, דעם גרינדער פֿונעם טעאַטער "ייִדישפּיל" שמואל עצמון.
ער וועט דערציילן וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער און פֿאָרשטעלן אויסצוגן פֿונעם ספּעקטאַקל "קליינע מענטשעלעך" לויט שלום־עליכם. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











