14.6 באַגעגעניש מיט קאַראָל פֿעלדמאַן אין ירושלים
מיטוואָך, דעם 14טן יוני 2017, 18:15 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿון ירושלימער פֿאָלקס־אוניווערסיטעט (בצלאל־גאַס 11, "בית־העם") וועט פֿאָרקומען אַ פֿאַרווײַל־אָוונט מיטן בינע־קינסטלער קאַראָל פֿעלדמאַן און זײַן קורצע לעקציע וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 02-5456867.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











