11.5 עקסקורסיע איבער ייִדיש־מערקווירדיקייטן פֿון ירושלים
דאָנערשטיק, דעם 11טן מאַי 2017, 11:00 אַ זייגער, גייען די ירושלימער ייִדיש־ליבהאָבערס אַרויס אויף אַן עקסקורסיע איבער ייִדיש־מערקווירדיקייטן פֿון דער ישׂראלדיקער הויפּטשטאָט. דער וועגווײַזער איז יעד בירן. מען טרעפֿט זיך אינעם קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12).
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-6650183.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











