1.3 קאָנצערט פֿון די שוועסטער רײַפֿער אין אַשדוד
מיטוואָך, דעם 1טן מערץ 2017, 17:00 אַ זייגער אין אַשדודער קלוב "קדימה" ("פֿאָרויס": אבא־הילל־סילווער־גאַס 11) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די שוועסטער סלאַוואַ און זאָפֿיאַ רײַפֿער. זיי וועלן אויספֿירן לידער אויף ייִדיש, העברעיִש און פּויליש.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 08-8560119, 054-8482859.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











