9.2 "די גאָלדענע פּאַווע" אין דער הויפּטשטאָט
דאָנערשטיק, דעם 9טן פֿעברואַר 2017, 11:00 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם ייִדישן מוזיקאַלישן טריִאָ "די גאָלדענע פּאַווע". דער אַנסאַמבל באַשטייט פֿון חיה ליבֿני (פֿידלערין), אריה בורשטין (טענאָר), אייל באט (פּיאַניסט און קאָמפּאָזיטאָר).
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עליזה מלול דורכן טעלעפֿאָן 054-6650183.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











