Skip to main content

11.01 לעקציע וועגן טעאַטער אין תּל־אָבֿיבֿ

מיטוואָך, דעם 11טן יאַנואַר 2017, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) איז פֿאָרגעקומען אַ לעקציע פֿון קאַראָל פֿעלדמאַן אויף דער טעמע "הונדערט פֿערציק יאָר פֿונעם ייִדישן טעאַטער און אבֿרהם גאָלדפֿאַדען, וואָס ווערט גערופֿן זײַן פֿאָטער".

אין קינסטלערישן טייל איז אויפֿגעטראָטן דער זינגער צבֿיקה גאָלדבערג, באַגלייט פֿונעם פּיאַניסט מישע בלעכעראָוויטש.

די אימפּרעזע איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria