29.11, 1.12 קאָנצערטן פֿון עמע יוסים אין מגדל־העמק
דינסטיק, דעם 29סטן נאָוועמבער, און דאָנערשטיק, דעם 1־טן דעצעמבער 2016, אין צוויי ייִדיש־קלובן אין מגדל־העמק זענען פֿאָרגעקומען קאָנצערטן פֿון דער זינגערין עמע יוסים, באַגלייט פֿונעם פּיאַניסט וואַלערי איזשיאַן.
די אַדרעסן פֿון די קלובן: ישׂראל־שפּירא־גאַס 2 און הראשונים־גאַס 14. מער פּרטים באַקומט מען אויפֿן וועבזײַטל.
ביידע אימפּרעזעס זענען אָרגאַניזירט געוואָרן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











