20.12 קאָנצערט פֿון רזיה אָדם אין הרצליה
דינסטיק, דעם 20סטן דעצעמבער 2016, 11:00 אַ זייגער אין דער הרצליהר מתנ"ס יבור (בן סרוק 12) וועט װעט פֿאָרקומען אַן אָריגינעלער ליטעראַרישער קאַבאַרעט "איינזאַמע קלאַנגען", פֿאַרפֿאַסט און אויסגעפֿירט פֿון רזיה אָדם.
די פֿאָרשטעלונג איז געווידמעט דעם אָנדענק פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן דיכטער אַב פּאַוויס. די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ דער קאָאָרדינאַטאָרין עלקע שובֿל דורך די טעלעפֿאָנען 052-6776894, 09-9501812.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











