מיטאַרבעט מיטן שטיצע־צענטער פֿאַר חורבן־לעבנגעבליבענע
האַרבסטצײַט 2016סטן יאָר, לויט דער איניציאַטיוו פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, הייבט זיך אָן אַ בשותּפֿותדיקער פּראָיעקט מיטן ישׂראלדיקן צענטער פֿאַר גײַסטיקער און סאָציאַלער שטיצע פֿאַר מענטשן, וואָס זענען געבליבן לעבן אינעם חורבן, און פֿאַר זייערע קינדער: "עמך – המרכז הישראלי לתמיכה נפשית וחברתית בניצולי השואה והדור השני".
דער פּראָיעקט שליסט אײַן קאָנצערטן און אַנדערע קולטור־אימפּרעזעס פֿאַר די ייִדיש־רעדנדיקע, װאָס קומען פֿאָר אין "עמך"־קלובן אין די שטעט: אַשקלון, באר־שבֿע, חולון, ירושלים, נתניה, פּתּח־תּקווה, רחובות, רמת־גן און תּל־אָבֿיבֿ.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











