פּראָפֿעסאָרן פֿון בר־אילן עפֿענען דעם סעזאָן אינעם אַרבעטער־רינג
דינסטיק, דעם 7טן סעפּטעמבער 2016, 11:30 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט זיך דערעפֿענען אַ נײַער טעטיקייט־סעזאָן.
פּראָפֿ' נתּי כּהן פֿונעם בר־אילן־אוניווערסיטעט וועט רעפֿערירן אויף דער טעמע "וואָס האָבן ייִדן געלייענט מיט 120 יאָר צוריק?". אינעם קינסטלערישן טייל װעט אױפֿטרעטן די זינגערין ווירע לאָזינסקי, באַגלייט פֿון דער פּיאַניסטין און אַראַנזשירערין רעגינאַ דריקער. די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
צוויי וואָכן שפּעטער, דעם 21סטן סעפּטעמבער, וועט דאָרט פֿאָרקומען די לעקציע פֿונעם אַנדערן בר־אילן־פּראָפֿעסאָר, דבֿ־בער קאָטלערמאַן׃ "די לעצטע טעג פֿון דער נסתּר". זי איז געווידמעט איינעם פֿון די געהיימנישפֿולסטע ייִדישע שרײַבערס - דעם נסתּר (פּנחס קאַהאַנאָוויטש). אינעם קינסטלערישן טייל - די זינגערין אסתּי ניסים.
מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











