28.06 קאָנצערט פֿון די שוועסטער רײַפֿער אין גן־שורק
דינסטיק, דעם 28סטן יוני 2016, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קרײַז פֿונעם מושבֿ גן־שורק וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די שוועסטער סלאַוואַ און זאָפֿיאַ רײַפֿער. זיי וועלן אויספֿירן לידער אויף ייִדיש, העברעיִש און פּויליש.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ דעם קלובס קאָאָרדינאַטאָרין, לאה אשרי, דורכן טעלעפֿאָן 050-8863141.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











