3.02 לעקציע און קאָנצערט אין תּל־אָבֿיבֿ
מיטוואָך, דעם 3טן פֿעברואַר 2016, 11:00 אַ זייגער אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועלן פֿאָרקומען אַ לעקציע פֿון ד"ר אָבֿיבֿה טל וועגן ש. אַשס ראָמאַן "מאָטקע גנבֿ" און אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין אָלגאַ אַבֿיגיל־מיעלעשטשוק.
די פּראָגראַם ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











