25.01 שמועס וועגן ייִדישע לידער אין קרית־חיים
מאָנטיק, דעם 25סטן יאַנואַר 2016, 11:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "בית־נגלר" אין קרית־חיים (יצחק בן־צבֿי־גאַס 48, חיפֿה) װעט פֿאָרקומען אַ באַגעגעניש מיט קובי לוריא אויף דער טעמע "די מקורים פֿון ייִדישע לידער".
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורכן טעלעפֿאָן 054-6528265.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











