21.01 קאָנצערט פֿון עליזה בלעכעראָוויטש אין דער הויפּטשטאָט
דאָנערשטיק, דעם 21סטן יאַנואַר 2016, 17:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿון ירושלימער פֿאָלקס־אוניווערסיטעט (בצלאל־גאַס 11, בית־העם) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין עליזה בלעכעראָוויטש מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון מישע בלעכעראָוויטש.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 02-5456867.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











