Skip to main content

23.12 לעקציע און קאָנצערט אין אַרבעטער־רינג, תּ"אָ

מיטוואָך, דעם 23טן דעצעמבער 2015, 11:30 אַ זייגער אינעם לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועלן פֿאָרקומען אַ לעקציע פֿון ד"ר לאה איילון אויף דער טעמע "משה מענדלסאָן און זײַן וועלטבליק".

אינעם קינסטלערישן טייל וועלן אויפֿטרעטן די זינגערס עליזה בלעכעראָוויטש און אורי אַבראַמאָוויטש מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון מישע בלעכעראָוויטש.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria