9.12 קאָנצערט און כאָר־געזאַנג אין תּל־אָבֿיבֿ
מיטוואָך, דעם 9טן דעצעמבער 2015, 11:00 אַ זייגער אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער יוני אילת מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון מישע בלעכעראָוויטש. אויך אין דער פּראָגראַם – אַן עפֿנטלעכער כאָר־געזאַנג.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











