14.10 פֿילאַרטיקע אימפּרעזע אין תּל־אָבֿיבֿ
מיטוואָך, דעם 14טן אָקטאָבער 2015, 11:30 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם אַרבעטער־רינג אין תּל־אָבֿיבֿ (קאַלישער־גאַס 48) װעט זיך דערעפֿענען דאָס נײַע אַקטיוויטעטן־יאָר.
שורע גרינהויז־טורקאָוו וועט רעציטירן לידער פֿון י.ל. פּרצעס בוך "דער וועקער". ד"ר לאה איילון וועט פֿאָלײענען אַ לעקציע אויף דער־אָ טעמע. אינעם קינסטלערישן טייל – די זינגערין חן לאַקס, באַגלייט פֿון מעני לייזעראָוויטש.
די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764 און בליצפּאָסט brtavoda@netvision.net.il
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











