Skip to main content

31.10 תּלמידות פֿון נ. ליפֿשיץ זינגען אין רמת־השרון

דעם 31סטן אָקטאָבער 2015, 11:00 אַ זייגער, וועט אינעם לאָקאַל "מאַלינאָוו־הויז" אין רמת־השרון (ביאַליק־גאַס 21) פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די זינגערינס ראָזע קליין און אַדע פּאַשאַיעוו, וועלכע לערנען זיך אין דער קונסט־סטודיע, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ. בײַם קלאַוויר – די דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע, רעגינע דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ שולה פסקין דורכן טעלעפֿאָן 054-4492865.

r sharon

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria