28.10 ייִדיש־טור פֿון הרצליה קיין ירושלים
מיטוואָך, דעם 28סטן אָקטאָבער 2015, פֿאָרן די מיטגלידער פֿונעם הרצליהר ייִדיש־קלוב "צוזאַמען" אָרויס אויף דער עקסקורסיע איבער ייִדיש־מערקווירדיקייטן פֿון ירושלים. דער וועגווײַזער איז יעד בירן.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עלקע שובֿל דורכן טעלעפֿאָן 09-9511162 אָדער בליצפּאָסט tsuzamen1@gmail.com
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










