Skip to main content

21.10.2025 ניגונים אויף אייביק אין חיפֿה מיט שיראל דאַשעווסקי

מיר פֿרייען זיך מיטצוטיילן די תּושבֿים פֿון חיפֿה און אַנדערע צפֿונדיקע ראַיאָנען פֿון מדינת־ישׂראל, אַז אויך אין אײַער אומגעגנט וועט פֿאָרקומען אַ ייִדישער קאָנצערט.

דינסטיק, דעם 21סטן אָקטאָבער 2025, 18:00 אַ זייגער, אין חיפֿהר קהילה־צענטער "בית היינה" ("הײַנע־הויז", קאָנגרעס־גאַס 43א, קרית־חיים), וועט די זינגערין שיראל דאַשעווסקי (סאָפּראַנאָ) אויפֿטרעטן מיט דער פּראָגראַם "ניגונים לעד'' ("ניגונים אויף אייביק").

2025heifa

די פּראָגראַם באַשטייט פֿון יואל ענגעלס ווערק און פּאָפּולערע ייִדישע לידער. די פּיאַנע-באַגלייטונג: יורי פּאָוואָלאָצקי.

די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באָקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 04-8413735. 

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria