ייִדישקייט־סוכּה אינעם תּל־אָבֿיבֿער האַפֿן
לכּבֿוד דעם יום־טובֿ סוכּות האָט דער קולטור־צענטער "לייוויק־הויז" אָרגאַניזירט פֿילאַרטיקע שעפֿערישע אַקטיוויטעטן מיטן ייִדישקייטס־טעם: מוזיקאַלישע, טעאַטראלע, ליטעראַרישע, מאָלערישע א"אַ - אין דער גרויסער סוכּה לעבן אַלטן תּל־אָבֿיבֿער האַפֿן. די פּראָגראַם איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין צוזאַמענאַרבעט מיטן "בית תּפֿילה ישׂראלי" און געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
אויף די בילדער: קינדער מאַכן ברכה־קאַרטלעך מיט דער הילף פֿון דער קינסטלערין רחל אליה־אַכונאָוו.




צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










