פֿילם אויף ייִדיש וועגן תּל־אָבֿיבֿ
אַ קורצער ייִדישער פֿילם "אויף וועלכער שפּראַך רעדט דער ים?", באַזירט אויף די ווערק פֿונעם שרײַבער און תּנ"ך־איבערזעצער יהואש (שלמה בלומגאַרטן), איז פּראָדוצירט געוואָרן מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
יהואש, וואָס איז געקומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן קיין ארץ־ישׂראל אינעם יאָר 1914, פּרובירט רעדן ייִדיש מיט דעמאָלטיקע תּל־אָבֿיבֿער תּושבֿים און קינסטלעריש באַשרײַבט זײַנע אײַנדרוקן.
די אױטאָרן פֿונעם פֿילם זײַנען דער רעזשיסאָר ערן טורבינער און דער אַקטיאָר מענדי כּהנא. די קינאָ־סטענגע קאָן מען זען פֿרײַ, באַגלײט מיט העברעיִשע אָדער ענגלישע אונטערשריפֿטן.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










