19.10.2025 קאָנצערט פֿון נחמה ליפֿשיצעס תּלמידות אין בת-ים
זונטיק, דעם 19טן אָקטאָבער 2025, 17:00 אַ זייגער, וועט אינעם זאַל "אָדיטאָריום" (הדדי־גאַס 6 בת־ים) פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע זינגערינס ראָזע קליין און עדה פּאַשאַיעוו (נחמה ליפֿשיצעס תּלמידות) באַגלייט פֿון דער פּיאַניסטין און מוזיק־אַראַנזשירערין רעגינאַ דריקער.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. די פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-6591140.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325