11.7.2025 ייִדישפּיל־פֿאָרשטעלונג אין ת"א מיט אַ ראַבאַט
ווי מיר האָבן שוין מיטגעטיילט, לייגט דער טעאַטער "ייִדישפּיל" פֿאָר באַזונדערע ראַבאַטן פֿאַר די פֿרײַנד פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
דער נאָענטסטער ספּעקטאַקל: "די מגילה־קאַבאַרעט" וועט פֿאָרקומען פֿרײַטיק, דעם 11טן יולי 2025 , 12:00 אַ זייגער אין "בית־ציוני־אמריקה, תּל־אבֿיבֿ.אויף אַלע פֿאָרשטעלונגען פֿונעם טעאַטער קאָנט איר באַזאָרגן בילעטן צום ספּעציעלן נידעריקן פּרײַז: 70 שקלים. פֿאַר דעם זאָל מען אָנווײַזן דעם קאָד 7171 אָדער אָנקלינגען אויפֿן טעלעפֿאָן 6797*.
די דירעקטע פֿאַרבינדונג צו דער דאָזיקער פֿאָרשטעלונג: https://yiddishpiel.smarticket.co.il/event/2290/?coupon=7171
די פֿאַרבינדונג צו דער גאַנצער פֿאָרשטעלונגען־רשימה: https://yiddishpiel.smarticket.co.il
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325