מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג אין חיפֿה
דעם 2טן יוני איז אינעם חיפֿהר קלוב "העכט־הויז" פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿונעם ייִדישן מוזיקאַלישן טריִאָ "די גאָלדענע פּאַווע". דער אַנסאַמבל באַשטייט פֿון חיה ליבֿני (פֿידלערין), אריה בורשטין (טענאָר), אייל באט (פּיאַניסט און קאָמפּאָזיטאָר).
די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










