Skip to main content

22.9.2024 אָוונט פֿונעם פֿרײַען רײדן אויף ייִדיש דורך "זום"

זונטיק, דעם 22סטן סעפּטעמבער 2024, 18:00 אַ זייגער, אָרגאַניזירט דער תּל־אבֿיבֿער ייִדישער קולטור־צענטער "לייוויק־הויז" ("בית לייוויק") דעם אָוונט אין זום "לאָמיר כאַפּן אַ שמועס אויף מאַמע־לשון". די לייטערין (מאָדעראַטאָרין) איז טובֿה רעשטיק.

די אָנטיילנעמער וועלן צעטיילט ווערן אויף גרופּעס לויט זייער שפּראַך־ניוואָ. קיין שום פֿאָרויס־פֿאָדערונגען זײַנען ניטאָ.

xapn

דער קרײַז פֿונקציאָנירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. באַטייליקונג איז פֿרײַ.

כּדי אַרײַנצוגיין אין דער זום־קאָנפֿערענץ, דריקט אויף דער פֿאַרבינדונג (דעם צווישנדל): https://did.li/8P65q

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria