19.11.2024 אין תּל־אָבֿיבֿ - צוטיילונג פֿונעם לעבנס־אויפֿטו־פּרײַז
די צוטיילונג פֿונעם לעבנס־אויפֿטו־פּרײַז פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרן יאָר 2024 וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 19טן נאָוועמבער 2024, 19:30 אַ זייגער אינעם קולטור־צענטער "ענבֿ": אבן־גבירול־גאַס, 71, תּל־אבֿיבֿ.

דעם פּרײַז אויפֿן געביט פֿון קונסט באַקומט מאָטי גלעדי - אַקטיאָר, קאָמעדיאַנט, זינגער

דעם פּרײַז אויפֿן געביט פֿון ליטעראַטור באַקומט מיכאל פֿעלזענבאַום - פּראָזאַיִקער, דיכטער, דראַמאַטורג

דעם ערן־צערטיפֿיקאַט אויפֿן געביט פֿון פּעדאַגאָגיק באַקומט ד"ר שושנה דאָמינסקי, די אויטאָרין פֿונעם ייִדיש־העברעיִשן אינטערנעץ־ווערטערבוך

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










