שלמה גראָמאַנס דאָקטאָר־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ
שוין אין משך פֿון 9 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
איצט פּובליקירן מיר די דאָקטאָר־אַרבעט (Ph.D), צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַט שלמה גראָמאַן פֿונעם בר־אילן אוניווערסיטעט. די טעמע איז "װיסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור אױף ייִדיש: אידעאָלאָגיע און טערמינאָלאָגיע".

כּדי צו זען דעם פֿולן טעקסט פֿון דער דיסערטאַציע, קוועטשט אָן דאָ.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











