נײַער קאַלענדאַר מיט ייִדישע טרייסט־לידער
אַ קאַלענדאַר אויפֿן יאָר תשפ"ה (2024/25) איז אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿון בני מער (שרײַבער, איבערזעצער, זשורנאַליסט) און מיכל אריאלי (קינסטלערין, רעדאַקטאָרין). פֿאַר יעדן חודש װערט געבראַכט אַן אילוסטרירט טרייסט־ליד אין אָריגינאַל אויף ייִדיש און אין העברעיִשער איבערזעצונג. דאָ וועט איר געפֿינען לירישע ווענדונגען צו די שטערן, צום האַרבסט, צום שניי און אַפֿילו צום קאָמאַר (מאָסקיט).


דער פּרײַז איז 60 שקלים. די איבערשיקונג אין מדינת־ישראל קאָסט 20 ₪. כּדי צו פֿאַרשפּאָרן דאָס שיקונגס־געלט, קאָן מען קומען אין ירושלים, תּל־אבֿיבֿ אָדער גבֿעתיים און נעמען דעם קאַלענדאַר אַלײן. 
די פּרטים בנוגע דעם קאַלענדאַר און זײַן באַזאָרגן: https://www.michalarieli.com/calendar
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










