24.7.2024 קאָנצערט פֿון חן לאַקס אין הוד־השרון
מיטוואָך, דעם 24סטן יולי 2024, 10:30 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿון הוד־השרון (זשאַבאָטינסקי־גאַס, 7) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין חן לאַקס.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. פּרטים באַקומט מען בײַ דער קאָאָרדינאַטאָרין פֿונעם קלוב, לאה זקהם גאָלדפֿאַרב, דורכן טעלעפֿאָן 051-5909766.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











