אַ ייִדישע ווערסיע פֿונעם ליד "מי האיש החפץ חיים": ווער איז דער מענטש
מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור איז צוגעגרייט און רעקאָרדירט געוואָרן אַ ייִדישע ווערסיע פֿונעם באַקאַנטן ליד "מי האיש החפץ חיים": 'ווער איז דער מענטש'. די איבערזעצונג איז פֿון ד"ר יניבֿ גאָלדבערג. עס זינגען יוני אילת מיט "די גאַסן טריאָ".
דאָ קאָן מען צוהערן די אויספֿירונג: https://www.youtube.com/watch?v=sbMr4ZKxR1k.
אָט איז דער ייִדישער טעקסט:
ווער איז דער מענטש וואָס לעבן בּאַגערט
וואָס האָט ליב צו לעבן און צו זען נאָר גוטע טעג
באַהאַלט דײַן צונג פֿון שלעכטקייט און די ליפּן פֿון רעדן פֿאַלשקייט
לאָז אָפּ שלעכטס און טו גוטס
בעט נאָר שלום און יאָג אים נאָך
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325