Skip to main content

14.1 פֿאָרשטעלונג פֿון בײלע בריקס־קלײן אין ראשון־לציון

דינסטיק, דעם 14טן יאַנואַר 2020, 10:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון), וועט בײלע בריקס־קלײן אױפֿטרעטן - אַלץ אויף ייִדיש - מיט דער אױטאָביאָגראַפֿישער מוזיקאַליש־דראַמאַטישער סאָלאָ־פֿאָרשטעלונג ״מײַן טאַטנס טאָכטער״.

בײלע איז געבױרן געװאָרן אין שטאָקהאָלם. בײדע עלטערן אירע זײַנען ניצול געװאָרן אינעם חורבן. זי האָט זיך געלערנט אין ניו־יאָרק און אין ירושלים. האָבנדיק זיך פֿאַרליבט, איז זי עולה געװען אין ישׂראל. איר פֿאָטער, דער ייִדישער שרײַבער רחמיאל בריקס (װאָס האָט איבערגעלעבט די לאָדזשער געטאָ), פֿלעגט זינגען ייִדישע לידער - און זײַן טאָכטער װעט זיך דערמאָנען אין זײ אױף דער בינע, מיט דער פּיאַנע־באַגלײטונג פֿון מישע בלעכעראָװיטש. דער רעזשיסאָר און רעדאַקטאָר איז דורי ענגעל. 

בײלע בריקס־קלײן, איצט אַן אלמנה מיט דרײַ קינדער, איז ממשיך צו היטן און צו פֿאַרשפּרײטן די ייִדישע קולטור־ירושה.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447. די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

BellaBryks Klein

 

 

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria