6.6 ייִדיש־לימודים אױף שבֿועות פֿאַר דער גאַנצער משפּחה אין תּל־אָבֿיבֿ

דאָנערשטיק, דעם 6טן יוני 2019, צווישן 18:30 און 21:00 אַ זײגער, װעט אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרקומען אַ ייִדישע לערן־סטודיע מיט לידער און שפּילן פֿאַר עלטערן און קינדער.
די אימפּרעזע מיט דער יונגער לערערין יעלענאַ לוטשין איז געװידמעט דעם יום־טובֿ שבֿועות. אַדרעס: נס־לגויים־גאַס 53 תּל־אָבֿיבֿ.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











