דעם 24סטן מאַי 2019 איז אינעם זאַל "דגנית" (צה"ל־גאַס 104, קרית־אונו) פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער, אױסגעפֿירט פֿון די שילערס פֿון דער ייִדישער געזאַנג־סטודיע, וואָס פֿונקציאָנירט בײַ דער היגער גימנאַזיע אויפֿן נאָמען פֿונעם פּרעזידענט יצחק בן־צבֿי.
די סטודיע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 052-3353548, 054-7787946.












