27.2 לעקציע און קאָנצערט לכּבֿוד איציק מאַנגער אין תּל־אָבֿיבֿ
מיטוואָך, דעם 27סטן מערץ 2019, 11:00 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם קולטור־קרײַז "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ לעקציע פֿון ד"ר לאה גאַרפֿינקל לכּבֿוד דעם 50סטן יאָרצײַט פונעם ייִדישן דיכטער איציק מאַנגער.
אינעם קינסטלערישן טייל וועט אויפֿטרעטן די זינגערין רות לעווין.
די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










